|
שבת ינואר 28, 2012 7:16 am
"ביאוגראפיע אויף מסכת פורים!"איבער ספרים און מחבריםדי אחראים: מיללער, scy4851, farshlufen "ביאוגראפיע אויף מסכת פורים!"
באמת אז מיר וועלן זיך מער אריינטאן אין דעם ענין, וואס אין אלע דורות איז מען געווען געוואוינט צו
זאגן פורים תורות, אזעלכע פשטים וואס האבן נישט קיין הענט און פיס, מ'דראפעט זיך אויף גלייכע ווענט מיט די צונג אינדרויסן, ממש ווי ויזתא האט אויסגעזעהן נאך די תליה. טרעפן מיר שוין ווי פאר 700 יאר צוריק זענען פארפאסט געווארן פארשידענע פיוטים וואס האבן א ריכטיגן פורים'דיגע טעם. איינע פון זיי איז פארהאן אזא סארט מערבית פון "ליל שיכורים הוא זה הלילה" וואס עס איז געדרוקט אין מחזור ויטרי. וואס קיינער האט נישט קיין טענות אויף דעם ספר און דער ספר איז זייער מקובל אז די תלמידים פון רש"י האבן דאס ארויסגעגעבן. די מערבית איז געשריבן געווארן דורך איינעם "ר' מנחם בר אהרן ז"ל". ווער דאס איז ווייסן מיר נישט, אבער אזוי פיל ווייסן מיר אז אויב ס'איז אריין אין מחזור ויטרי האט דער מחבר געמוזט זיין א תלמוד חכם און א אנגעזעהנע מענטש. בכלל, די אלע מסכתות און הגדות פאר פורים ווי מיר וועלן באלד ברענגען זענען געשריבן געווארן דורך די גרויסע תלמידי חכמים. מ'קען זעהן צווישן די שורות דאס די שרייבער האבן געקענט גאנץ ש"ס און מדרשים דורך דעם ווי זיי טוהן צוזאם ווארפן לשונות פון וואו נאר עס לאזט זיך. כמעט פאר א 500 יאר צוריק אין שנת רע"ג איז ארויסגעקומען אין דער שטאט פיזרו דער ערשטער אזא סארט מסכת פורים, דער מחבר פונעם מסכת איז ר' קלונימוס בר קלונימוס. נאך פיל נאכפארשן זענען מיר אביסל געוואויר געווארן וועגן אים. ער איז געבוירן אין פראנקרייך בערך 900 יאר צוריק. דורך זיינע גוטע כשרונות האט ער אין זיינע יונגע יארן זיך אנגעזאפט מיט ש"ס און מדרשים און זיך באקענט מיט פארשידענע שפראכן בעיקר די רוימישע און די גריכישע שפראך. אלץ בחור האט ער זיך גענומען איבערזעצן געוויסע ספרי רפואה, תכונה און פילאסאפיע פון אנדערע שפראכן אויף לשון הקודש. דער קעניג פון איטאליע האט געהערט פון אים האט ער אים גערופן קיין רוים ער זאל פאר אים איבערזעצן געוויסע וויסענטליכע ביכער פון אנדערע שפראכן צו די רוימישע שפראך. אזוי איז ער געבליבן אין איטאליע און פארברענגט זיינע יארן. ער איז זייער נאנט געווארן מיט די גדולים פון דארט און איז געווארן איינע פון די "חכמי איטאליא". דער ר' קלונימוס האט געשריבן א מס' פורים, אבער ס'איז נישט געדרוקט געווארן תיכף. (דעמאלט איז נאך נישט געווען קיין דרוקעריי). נאר שפעטער בשנת רע"ג עטליכע הונדערט יאר נאך זיין פטירה איז די מס' פורים געדריקט געווארן דעם ערשטן מאל. פארוואס דער מחבר האט מחליט געווען צו שרייבן דעם "מס' פורים". ווייל אין יענע צייט איז דער מצב הרוחני אין איטאליע געווען זייער נידריג. מענטשן האבן ליצנות געמאכט פון אלע הייליגע ימים טובים. האט ער געשריבן דעם מס' פורים אז זיי אויך זאלן דאס ליב האבן צו לייענען ובתוך המס' ווארפט ער אריין מוסר רייד אקעגן זיי, און דאס איז געווען די תכלית דערפון. ליינט נאך אינעם קומענדיגן ארטיקל וואו מיר וועלן בעזה"ש אויך ווייזן די קאפיעס פון יענע מס'. (גענומען פון די קלאסיפייד, דינסטאג קומט ארויס די קומענדיגע, העמיר ממשיך זיין מיט די העתקה) א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
דא
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
דערנאך וואס עס איז ארויסגעקומען דער מסכת פורים, האט זיך אנגעפאנגען די מלאכה. פול מיט ליצנים האבן זיך ארויפגעכאפט דערצו. עס איז אזוי ווייט געגאנגען ביז איינער א לץ האט ארויסגעגעבן א פרישע מס' מיטן נאמען מס' המן. ער רופט דאס אויך "עונג פורים לתלמידי חכמים". ס'איז א אנדערע מין מס' ווי מס' פורים, אבער ווייטער אין דעם גאנג, גענומען שטיקלעך חז"ל און עס צוזאמענגעשטעלט אויף א פורים'דיגן אופן. די מס' האט נאר 2 פרקים, די ערשטע פאנגט זיך אן "כזית המן שנפל לתוך קדרה של בשר". און די צווייטע פרק פאנגט זיך אן "הכל חייבין במשלוח מנות אפילו בהמות חיות ועופות חוץ משור הנסקל ופרה אדומה".
דער מחבר פון אט דער מס' המן שעמט זיך אפילו נישט און שרייבט אין די הקדמה זיך צו פארענטפערן אז דאס איז נישט אזוי געפערליך ווי מס' פורים, ער שרייבט דארט בזה הלשון: "מה בין מסכת זו למס' פורים? מסכת פורים הוא תוכו כברו כולה ליצנות ודברים בטילים אין בה אף משהו של אמת לפיכך אין רוח חכמים נוחה הימנה וכמעט שאסרו לעין בה, אבל מס' זו מיוסדת על הלכות ומאמרי חז"ל אמתיים רק רוח ליצנות קלה מרחפת על פני תוכן האמתי משום שמחת פורים". א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אז מען רעדט שוין פון מסכת פורים, וועל איך ארויף שטעלען עפעס וואס איך האב געטראפען און מחזור ויטרי, פון רבינו שמחה, א תלמוד פון רש"י הקדוש.
ער ברענקט א שטיקל יוצר וואס מען זאגט ביי מערב פורים נאכט האטס הנאה!
מיט שמחה קומט מען אהן....
איך באמערק יעצט די לעצטע 3 , 4 שירות פון דעם פיוט 'ליל שכורים' וויא ער שעלט מיט א שארף לשון די וואס עסען עדשים און פולין כתושים.
אויף עסען פולין כתושים שרייבט ער 'כל בית ישראל יעלו עליו חמושים לגרשו מתוך קהל קדושים' ווייסט אפשר איינער א הסבר דערויף? מיט שמחה קומט מען אהן....
13 תגובות • בלאט 1 פון 1
צוריק צו ועל פליטת בית סופריהם ווער איז אריינגעסיינטבאנוצערס וואס זענען איצט אין די פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער. און איין גאסט
|
